בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך וויין פאר אייך, איך ווייס נישט וואס אייך צו זאגן, איך האב פרובירט צו רעדן מיט אייער מאן נרו יאיר, איך האב אים שוין אזויפיל געשריבן אז ער זאל טון זיינע פליכטן על פי תורה וכו' וכו', זעט אויס אז איך דארף מער רעדן, איך דארף אים מער מחזק זיין ער זאל זיין א מאן וכו'.
איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט נישט אויפגעבן, איר זאלט ווייטער מתפלל זיין. בעטס דעם אייבערשטן ער זאל העלפן עס זאל זיין שלום בית, ווייל אפילו עס זעט אויס אז עס איז דערנאך דארף מען גלייבן אז דאס איז אלעס נאר אונטער די טבע, און אז תפילה איז למעלה מטבע, תפילה איז העכער פון טבע, תפילה טוישט די טבע. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א סימן ט, אות ה): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען דורך תפילה דאס איבערדרייען.
אויך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס ביז אהער, פאר אלע ווייטאג ביז אהער, ווייל אלעס וואס איז אויף צוריק דארף מען גלייבן אז דאס איז פאר די טובה פונעם מענטש, תפילה איז נאר אויף ווייטער, אבער אויף צוריק דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און ווי נאר מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז א בעל הרחמים, ער האט רחמנות און טוט נאר רחמנות - דאס עפנט אויף א טיר אין הימל אז עס זאל קומען צום מענטש נאר ישועות.
איך וועל מחזק זיין אייער מאן ער זאל זיך נישט אפשיידן וכו', ער זאל דינען דעם אייבערשטן אין שטוב, מאכן רוען די שכינה אין שטוב מיט שלום און מיט ליבשאפט, איך האף און איך גלייב אז איך וועל פועל'ן, ווייל ער איז א גוטער מענטש, ער איז אן ערליכער און א וואוילער, און יעדער מענטש האט זיינע זאכן וואס ער דארף אויסארבעטן און זיך פארבעסערן, און מיט אייערע תפילות און מיט אייער דאנקען דעם אייבערשטן וועלן זיך זאכן איבער דרייען לטובה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.